Nach Genre filtern

תניא שיעור אין אידיש - Yiddish Tanya Shiurim - שיעורים בספר התניא

תניא שיעור אין אידיש - Yiddish Tanya Shiurim - שיעורים בספר התניא

ShuleMoishe Kahana-Freund

קורצע שיעורים אויף אידיש אינעם ספר ליקוטי אמרים - תניא, פון דער אלטער רבי הרה"ק ר' שניאור זלמן פון ליאדי - דער בעל התניא ושו"ע הרב, איבערגעגעבן אין א היימישע און לייכטע שפראך, דורך ר' שלום משה כהנא-פריינד. שמעו ותחי נפשכם. Support our work: https://abcharity.org/Tanya

33 - פרק ז' חלק א' - Chapter 7 Part 1
0:00 / 0:00
1x
  • 33 - פרק ז' חלק א' - Chapter 7 Part 1

    דער אידישער נפש הבהמית קומט פון א העכערע קליפה. די כאראקטעריסטיקס פון קליפת נוגה. א פארמיטלער צווישן קדושה און ג' קליפות הטמאות. קליפת נוגה קען אריינגיין אין קדושה אדער חלילה פארקערט. וואס קען יא און וואס קען נישט.

    Sat, 08 Nov 2025 - 22min
  • 32 - סוף פרק ו' סיכום ועובדות - Final part of chapter 6, summary and anecdotes

    די לבושים פונעם נפש הבהמית. די צוויי מדריגות אין קליפות. ג' קליפות הטמאות לגמרי. די חסידים פרעגן דעם מיטעלן רבי'ן וויאזוי ער פארשטייט צו די ענינים פון קליפות צו וועלכע ער האט דאך נישט קיין שייכות. דער בחור וואס האט חוזר געווען בתשובה דורכ'ן תניא. דער אינגערמאן בעהט א תיקון אויף הרגשת הישות - די פיהלע נעמען פונעם יצר הרע. דער מתנגד דער פרוש מיט זיינע סיגופים. דער זון וואס שיינט אריין אינעם בית הכבוד. ר' איטשע דער מתמיד און ר' לוי'ק זצ"ל. סיכום און איבערזיכט אויף פרק ו'.

    Mon, 31 Mar 2025 - 21min
  • 31 - פרק ו' חלק ב' - Chapter 6 Part 2

    די חיות וואס די סטרא אחרא באקומט איז אויך פון קדושה אבער אינגאנצן אנדערש און פיעל נידריגער. דער ענין פון עילה ועליל פארברייטערט. פארוואס אונזער וועלט ווערט אנגערופן א וועלט פון קליפות און סטרא אחרא. וואס איז דער טייטש פון עשר ספירות און סדר השתלשלות.

    Wed, 11 Sep 2024 - 23min
  • 30 - פרק ו' חלק א' - Chapter 6 Part 1

    פארווארט צום זעקסטן פרק. די צעהן כוחות פונעם נפש פון די נפש הבהמית פון די סטרא אחרא. מידות און שכל - וועלכע איז פריער. די זעלבע לבושים איז דא אויך פארהאן. וואס מיינט סטרא אחרא. דער אויבערשטער רוהט נאר אויף איינעם/עפעס וואס איז בטל צו אים.

    Mon, 26 Aug 2024 - 18min
  • 29 - סוף פרק ה' סיכום ועובדות - Final part of chapter 5, summary and anecdotes

    המשך מעלת השגת התורה. נישט נאר איז פארשטיין תורה העכער פון אלע מצוות, נאר האט אויך די חשיבות פון אלע מצוות אליין - סיי מזון און סיי לבוש. א סיפור פונעם צמח צדק ווי ער העלפט און באַפרייט אַן עגונה דורך תורה לשמה. אַן עובדא פון א תלמיד פון מגיד ביי די מתנגדים. דער אלטער רבי ענטפערט פארוואס ער גייט אויף מעזריטש און נישט צו ווילנא וואס איז פיהל נענטער. ר' שמואל מונקעס כאַפט א היטש קיין ליאזשנע און לערנט א הוראה אין עבודת השם. א ליטווישע רב האט קשיות אין חסידות. ר' יואל כהן'ס שיעורים אין די ליטווישע קרייזן און א בחור'ל וואס קומט צוריק צום חסידישן אָפּשטאַם - ווייל ישראל ואורייתא וקובּ"ה כולא חד. דער אינגערמאן וואס האט געלערנט פאר די קעצעלע. סיכום און איבערזיכט אויף פרק ה'.

    Sun, 21 Jul 2024 - 27min
Weitere Folgen anzeigen